Статья в рамках языкового портала

Портал:קיינציקלאפעדיע/אידישע דזשאוקס

[править]
Материал из Абсурдопедии
(перенаправлено с «אידישע דזשאוקס»)
Перейти к навигации Перейти к поиску


°°°[править]

א חסיד איז געפארן פון ירושלים קיין תל-אביב.

לעבן די «תחנה מרכזית» גייט צו צו אים א פרוי : — דו ווילסט גיין אין בעט אריין? גייט ער ווייטער, קומט נאך א פרוי, און נאך א פרוי : — דו ווילסט גיין אין בעט אריין?

קומט ער אהיים און פרעגט זיין מאמען : — זאג מיר, איך זע אויס קראנק ?

°°°[править]

א פרומער ייד פארט מיט אן אונטערערדישע באן אין אייראפע ווען ער איז אנגעטאן מיט אן היט אן אנצוג. באגעגנט אים א פרייער ייד און זאגט אים אויף ענגליש: «שעמסט דיך נישט צו גיין אזוי פרימיטיוויש אנגעטאן?» ענטפערט אים דער ייד אויף ענגליש: «איך בין אן אמישער!» דער פרייער ייד קוקט אויף אים צוריק מיט א שמייכל «איר האט אן אינטרעסאנטע קולטור» — זאגט ער.

°°°[править]

אה קיבוצניק איז געפארן מיט אה פריינד, קיין פראנקרייך אין דער אוונט איז ער געגאנגען כאפן אה גלעזל אין אה באר. ס'איז צו עם צוגעגאנגען אה פראסטאקע און פרובירט עם זאגן עפעס וואס, ווען זי האט פארשטאנען אז ער רעדט נישט פראנצויזיש האט זי געצייכנט אויף אה בעט און עם געוויזן.

פרעגט דער קיבוצניק זיין פריינד, וי האט זי געווסט אז איך בין אה סטאלער ?

°°°[править]

ייד א' צו ייד ב' : — מיין וייב איז א מלאך! ייד ב' צו ייד א' : — מיין איז אויך נישט קיין מענטש!!

°°°[править]

א יאט קריכט אריין הינקענדיק אין דעם אויפנאם צימער פון א שפיטאל צעקלאפט און צעדראפעט און פארבלוטיקט, מיט אן אייזן ארומגעוויקלט אויף זיין האלץ.

נאטורליך, פרעגט אים דער דאקטער «וואס האט פאסירט מיט דיר?»

«כ'ווייס נישט» — ענטפערט ער — «כ'האב געשפילט א רואיקן גאלף מיט מיין וייבעלע, ווען מיט אמאל איז מיין גאלף באל שלעכט געשלאגן געווארן און איז אריינגעפאלן אין א נאנטן פעלד, ווי קי האבן זיך געפאסעט.

גלייך נאכדעם איז מיין וייב'ס באל אויך פארפלויגן אהין.

זעלבסטפארשטענדליך, זענען מיר ביידע אריבער זוכען די באלן. לאנג געזוכט, אבער ביידע באלן — ווי פארפאלן…

מיט אמאל באמערק איך, אז עפעס א ווייסע זאך שטעקט ארויס פון אונטען א שוואנץ פון איינע פון קי. איך גיי צו, הייב אויף דעם שוואנץ, און טאקע דארט אין מיטן ברייטן הינטן איז מיין וייבל'ס באל פשארטעקט. אז עס איז מיין וייבל'ס באל — וועגן דעם איז קיין צווייפל נישט געווען, ווייל אירע איניציאלן זענען געווען זיכטבאר.

און אזוי, אלץ האלטנדיק דעם אויפגעהויבטן שוואנץ אין דער לאפט, גיב איך א געשריי צו מיין ווייבל: טייערינקע, ס' זעט אויס פונקט ווי דיינער.

דעם אמת זאגן? איך געדענק ווייניק וואס, נאך דעם…»

°°°[править]

א יונג חסיד'ל האט חתונה געהאט מיט א געוויסע צניעותדיקע יונג מיידל פון זייער א גוטן ייחוס. נאר וואס? ליגענדיק צוזאמען מיט איר אין בעט די ערשטע נאכט, פירט ער זיך אויף ווי א ריכטיקער גולם. «כ'ווייס נישט וואס מ'דארף טון» זאגט ער צו איר. «האב נישט קיין דאגה, איך וועל דיר העלפן» — בארואיקט זי אים. «צום ערשטנס, טו אויס אלע דיינע מלבושים, פונקט ווי איך». ער פאלגט זי. און זי גיט אים צו מוט: «די ציציות אויך…» ער פאלגט, און שעמעוודיק פרעגט ער זי: «און וואס ווייטער?» «יעצט לייג זיך אנידער אויף מיר». זי זאגט, און ער ווי א פארגליווערטער פאלגט, אבער וואס? ליגן ליגט ער ווי א קלאץ. «יעצט נעם דיין… דו ווייסט וואס, און פיר עס אריין, דו ווייסט ווי…» א ביסל דערשראקן פאלגט ער. אבער זי ווערט שיעור נישט משוגע. ער ליגט ווייטער און רירט זיך נישט. ווי א שטיק האלץ, א גולם. וואס טוט מען? ווי אזוי גיט מען אים צו פארשטיין ווי אזוי מקיים צו זיין די מצווה? נאך א פאר מינוט אזוי ליגנדיק, פאלט איר איין א געדאנק, און זי זאגט:

«יאסל, יעצט הייב אן צו דאווענען».

°°°[править]

טאָמער מאַך איך אַמאָל אַ גוט געשעפֿט, בין איך דאָך צופֿרידן. לייג איך מיך אַרײַן אויף דרײַ טעג אין אַ שפּיטאָל, זאָלן מײַנע גוטע פֿרײַנד אויך זײַן צופרידן.


Re-yi.svg