Портал:קיינציקלאפעדיע/זונטאג
זונטאג — אויך מיר א טאג ווי איך גיי, הער איך כסדר זיך מתמרמר זיין אויף דעם זונטאג.
ס'איז אזוי אנגענומען אז זונטאג איז א שווערע, יבש'דיגע, אנגעזעצטע, זויערע, פארקנייטשטע, צוקוועטשטע, באבאלאזענע טאג.
דו איינציגסטע גוטע מליצה אויפ'ן זונטאג, האב איך היינט אונדערפרי געהערט פון א קלוגען איד, וזל"ק: «נאך א מזל ס'איז דא אזא טאג ווי זונטאג, ווען נישט וואלט דאך מאנטאג אויסגעקוקט ווי זונטאג» ודפח"ח
נו, שטעלט אייך שוין פאר 'זונטאג ווען ס'רעגנט'! ווי האט יענער געזאגט «ס'איז א בחינה פון א מאנגאליאן ל»ע וואס כאפט א סטראוק ה"י «
דער אייבירשטער זאל האלטן דו רעכטע האנט, פלעגט מיין באבע זאגן אזא טאג. איך ווייס נישט אין וועלכען דארף דו פארברענגסט דיין טאג, אבער באמיר איז דער הימל העכערן קאפ פיין קלאר און א שיינע זון שיינט אראפ פון דארטן, און מען זעהט שוין די אידן מיט די אידענעס קומען ארויס צוגיין צום מארק אייינקויפן אביסל פון די טישלעך וואס אלע פּויערן האבן צוזאמען געשלעפט די שאר ירקות פון זייער פארדזשאווערטע כאטקעס און קומען מאכן אפאר גראשן אויף די אידן'ס חשבון, אט הערט מען שוין פון דערווייטנס קומען צוגיין חיים חייקל דער וואסער טרעגער מיט די בלעכענע קאַנעס אויפן אקסעל, ווען הונטער זיך לאזט ער א אויסגעטרעטענעם וועג פון ביידע זייטן אנגעזייט מיט טראפן וואסער וואס טריפן געמיטלעך אראפ פון די צולעכערטע — שוין אמאל געזעהן בעסערע צייטן — קאַנעס , און באלד איז שוין חיים חייקל דא און ער מארשירט זיך אריבער דעם מארק פלאץ מיטן געבויגענעם רוקן באגריסענדיג יעדן מיט א ברייטן שמייכל -ווי צו זאגן איך גיי טאקע מיט א געבויגענעם רוקן אבער יעדער פון אייך דארף אנקומען צו מיר פארן ביסל צו באנעצן די ליפן און זיך אויפ-פרישן דאס פנים- און מארשירט אזוי מיט פארזיכערטע טריט צום פאראויסגעזעהנעם ציהל ווי ער גייט יעדן טאג אזא צייט, דאס איז דאך אונזער באליבטע קרעטשמע און זיך דערכאפן דאס הארץ מיט אביסל זעקסאוניינציגער,
פון דער אנדערע זייט דערפל זעהט מען שוין ווי נחמן נטע קומט צופארן מיטן וואגן אנגעפילט מיט געהאקטע שטיקער האלץ גרייט אז אלע דארפס לייט זאלן זיך קענען אנגרייטן פארן קומענדיגן ווינטער וואס קלאפט שוין אט אט אויפן שוועל, אזוי פארענדיג אויפן וואגן ברומט ער זיך אונטער א תנועה'לע אויף ממקומך -איי טראכט ער (און דמיונ'ט ער) באזיך, ווען דער גבאי אין שניידער שוהל וואלט איהם נאר איינמאהל צוגעשיקט צום ברעטל און דער עולם וואלט געהערט זיין (דיקע אומאויסגעארבעטע) שטימע וואלט זיך דער עולם אזאנס באלעקט די פינגער אזש מען וואלט צוגאנגען פאר מתיקות אשאד נאר אז דער גבאי פארשטייט נישט צו זיין שטימע- אזוי פארט ער זיך געמיטלעך צום מארק ווען די רעדער גרידזשען און גרילצען אז מען קען מיינען אט אט פאלן זיי אראפ און לאזן דעם גאנצן וואגן מיט האלץ מיט נחמן נטע'ן אינאיינעם אוף דר'ערד ווי תשעה באב פארמיטאג,
נאר ווי נחמן נטע זאגט כסדר אז דער וואגן וועט איהם נישט איבערלאזן נאכן באדינען אזוי ערליך א צירקע צוויי און צוואנציג יאהר, פון א יאהר נאך די שנה ראשונה ווען דאס ווייב פייגא האט איהם אנגעהויבן מוטשענען אז אט אט דארף מען שוין אנהייבן צו פיטערען נאך אפאר מיילעכלעך און מען דארף זיך דערלערנען אויף עפעס א שטיקל עסק צו מאכן אפאר גרייצער אין די זייט, דאן נאך עטליכע הפצרות און בעטערייען און אויך עטליכע רמזים פון זיין שווער ר' איציק דער מילכיגער זאל רוען אין לעכטיגן גן עדן, האט ער גענומען דאס בינטל אפגעשפארטע מטבעות פונעם באהעלטעניש און ארויסגעגאנגען צום מעקלער ר' תנחום זעהן צו ער ווייסט איינער וואס וויל פארקויפן א וואגן, טראכטענדיג אז אזוי ווי ממש די לעצטע איז דער אלטער מאָדכע יאסעל דער האלץ האקער זייער שוואך געווארן און ער קען שוין כמעט נישט ארויס פון שטוב דעריבער האט ער געטראכט אז דאס קען זיין א גוטער אנהייב פאך פאר איהם, און דוכרעדענדיג מיט זיין נאנטען ידיד חיים חייקל -דער שפעטערדיגער וואסער טרעגער און איצט נאך אויף קעסט ביי זיין שווער ר' מיכל דער לעדער סוחר- וואס האט צוגעשטימט און און איהם אויך צוגערעדט צו די האלץ האקעריי, און אזוי האט זיך אנגעהויבן זיין קאריערע אלץ דער אלעמען באקאנטער נחמן נטע דער האלץ האקער.
אזוי ווי מען קען נישט אראפלייגן אויף איין פוס אלעס וואס קומט פאר ביי אונז אין דערפל ואינו דומה שמיעה לראיה און נאך דערצו אז איך וויל אויך נאך גיין יעצט אריינכאפן אביסל יי»ש אין קרעטשמע און דערנאך ארלעדיגן עטליכע געשעפטן, וועל איך מוזען לאזן יעדן איינעם זאל אליין ארויסקומען אויפן מארק און כאפן א בליק וואס דרייט זיך דא אלס ארום אינעם זונטאגדיגן טאג,
על כל פנים זעה איך נישט עס זאל זיין היינט דער זונטאג אזוי פארזויערט און באבלאזן אומזינסט רעדסטו זיך אפ, נאר איך בין דיך דן לכף זכות אז דו ביזט נאכנישט אריינגעקומען היינט כאפן א גלעזל שנאפס דעריבער איז אלעס אזוי פארטריקענט און פארכמארעט, ממילא פויל דיך נישט און קום שוין אריין און מאך א לחיים אפשר אפילו א שטיקל טענצל דאן וועט שוין זיין אלעס ווי עס ברויך צו זיין.