Портал:קיינציקלאפעדיע/טשולענט
טשולענט איז קאנצעפט פון מאכלות וואס ברענגט נאך זיך א האריקעין טיף אינעווייניג, אסאך לעבען עס איבער אין אסאך דארפען זיצען דערפאר, אבער יודען האבען זיך אין אלע דורות מוסר נפש געווען אויף אזעלכע שטותים און אריינגעהאקט ווי מער פארשטייט זיך אהן ווייקען פארדעם.
איינע פון די קאנצעקווענצען פון טשולענט איז די לאנגע טישען פרייטאג צונאכט'ס, ווי מ'לאזט דעם עולם זיך אהנעסען מיט דייעט חלה און פארטריקענטע פערפעל וואס נאכדעהם מיז מען כאפען א טאנץ מיט די טשולענט בונדלעך אין טאפ, וואס אפט מאהל ענדיגט זיך עס מיט א ליידיגע טאפ, דאס דערמאנט אסאך מאהל די זכרונות פון אינדערהיים ווען א אייניקעל אויף א טאטע שטייענדיג אויפ'ן זיידען האבען פרובירט פון בעקער'ס בוידעם, אריינשמאלצען אפאר אויבגעשוויצטע בונדלעך
מען זאגט נאך פון צדיקים, אז פון איעדע באנדעל פונעם טשאלענט ווערט באשאפען א מלאך, וואס שפעטער נעמט ער זיך צו זאגן שירה!
א גרויסע ציבור האט אנטייל גענומען אין גרויסן און ערשטן מיטינג פון אזא סארט אין הייליגן שטאט צפת, טויזנטע קעץ וואס האבן זיך צוזאם גענומען אין א פראפעסיאנעלן פארבאנד האבן זיך געטראפן אין אלטן און הייליגן שטאט.
אין די טור האבן זיי אפגעשטאט א באזוך אין אלטן בית עולם, וואו אויך אין די וועלט בארימטע קעז פאבריקן וואס פארפלייצן די שטאט.
צום ענדע פון די גרויסע צוזאמענפאר ווי דעלעגאטן פון אלע קעץ אין ארץ ישראל האבן זיך באטייליגט, האט זיך באזונדער אנגעזען די בארימטע ירושלימע קעץ, וואס זענען גערעכנט אלס גרויסע מיוחסים, זייענדיג אייניקלעך בן אחר בן פון די ארגינעלע קעץ וואס משה מאנטיפיורע האט אריבערגעברענגט קיין ארץ ישראל מיט איבער 100 יאר צוריק.
תהא זאת להרמת קרן התורה והחסידות בארצינו הקדושה.